Select Page

CHOOSE ONE OF THE OPTIONS BELOW

— Lyrics —

ס’איז חול המועד פסח, מיטוואך ביינאכט
ממש פאר יום טוב א שידוך געמאכט
חתן און כלה, די גליקליכסטע פאר אויף דער וועלט.
ביידע אינאיינעם זיי פארן אין וועג
שמועסן און חלומ’ן פון פרייליכע טעג
אוי ווער וואלט געגלייבט אז אלס ווערט דא אפגעשטעלט.

פארשווארצט איז די וועלט פון די שרעקליכע עקסידענט
חתן און כלה אינאיינעם אינגאנצן פארברענט,
טויזענטע אידן באוויינען דעם ווייטאג און צער
אנשטאט צו די חופה, ארויף צו אן אנדערע שער.

דער טאטע ער וויינט און א יעדער וויינט מיט
באשעפער אין הימל וואס דו טוסט איז גוט
ניין, איך פארשטיי נישט, אבער אזוי לעבט א איד.

אבער היינט איז דאך פסח, און דו ווייסט די מנהג
די קינדערלעך גנבנען שטיל
און נאכדעם דער טאטע דעם אפיקומן ער וויל
דעמאלטס קען דאס קינד בעטן בקשות גאר פיל.
(דעם אפיקומן, דער טאטע ער בעט מיט געפיל
דאס קינד ברענגט צוריק און בעט דעמאלטס וואס ער וויל)

טאטע אין הימל אזוי שנעל געשווינד
בעטסטו דעם אפיקומן, מיין קינד
איך גיב עס צוריק מיט הייסע טרערן וואס רינט.

איך האב עס געהיטן – איך נעם אן צום גוטן
אז דו ווילסט עס שוין אזוי שנעל
מיין זיסן אפיקומן צוריק אין דיין האנט איך שטעל
יעצט בעטן פון דיר צוריק א מתנה איך וועל.

שמים וארץ, הערט נאר און קוק
וואס וויל דער טאטע באקומען צוריק
פאר אזא אפיקומן קען ער דאך בעטן אלעס..
ער שרייט ‘באשעפער מיין חתן איך שיק
שידוכים ביי אידן איז נישטא גענוג
איך בעט פון דיר 10 טויזענט חתנים און כלות.”

א רעש און א טימל עס ווערט אויף די וועלט מיטאמאל
ער בעט נישט פאר זיך, ער בעט נאר פאר כלל ישראל.
עסקנים מיט עצות, פעולות, מ’טוט נאך און נאך
זייט דעמאלטס איז דא א חופה כמעט יעדע וואך!

דער טאטע ער וויינט און א יעדער וויינט מיט
באשעפער אין הימל וואס דו טוסט איז גוט
ניין, איך פארשטיי נישט, אבער אזוי לעבט א איד.

אבער היינט איז דאך פסח, און דו ווייסט די מנהג
די קינדערלעך גנבנען שטיל
און נאכדעם דער טאטע דעם אפיקומן ער וויל
דעמאלטס קען דאס קינד בעטן בקשות גאר פיל.
(דעם אפיקומן, דער טאטע ער בעט מיט געפיל
דאס קינד ברענגט צוריק און בעט דעמאלטס וואס ער וויל)

וויפיל אידישע שטיבער שוין אויפגעשטעלט
דורות פון קינדער א גאנצע וועלט
נישט מעגליך צו שאצן די נחת, ווי הייליג און ריין.

די איין חתן כלה – אין הימל למעלה
נעבן באשעפער זיי שטייען
טאטע איך דאנק דיר אויף די מתנה מיין
!דעם שענסטן אפיקומן וואס קען נאר זיין